LANGUAGE OPTIONS:   English    |   ייִדיש

ייִדיש־לאַנד: לענדער, שטעט, שטעטלעך, טײַכן

אומעטום געווען אַ מיעוט, און אַזוי ווי זיי האָבן כּמעט קיין מאָל נישט געהאַט קיין מלוכישע שטיץ, איז אַ שטיקל נס וואָס ס'לשון איז בכּלל נאָרמירט געוואָרן. דאָס נאָרמירן ערטערנעמען איז אפֿשר ס'שווערסטע, וואָרן פֿאַר די נעמען פֿון שטעט, שטעטלעך, טײַכן און שטאָטישע גאַסן וואָס גילטן אין פֿאָלק האָט ס'פֿאָלק נישט קיין דרך־ארץ, ווער רעדט נאָך ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן וואָס זיי קענען בלויז די מלוכישע נעמען. איז שוין לאַנג זייער נייטיק אַן אַרומנעמיקער זוכצעטל פֿון ייִדישע געאָגראַפֿישע נעמען.  אָט שטייט שוין אין דער רעדאַקציאָנעלער הערה צו שאָול חיותעס „נעמען פֿון גאַליצישע ערטער“, ייִווא-בלעטער, ב' (VII (1934, אַז מיט דער אַרבעט „האָט ער שוין געגעבן אַ וויכטיקן צושטײַער פֿאַר דעם ייִדישן געאָגראַפֿישן אינדעקס, וועלכן עס גרייט די פֿילאָלאָגישע סעקציע פֿון ייִוואָ און וועלכער וועט האָבן אי אַ דעקסריפּטיוון אי אַ נאָרמאַטיוון כאַראַקטער“. אָבער דער אינדעקס איז, אַ פּנים, קיין מאָל נישט מקוים געוואָרן. זענען די דאָ ווײַטער אויסגערעכנטע נעמען געבליבן צעוואָרפֿן איבער דער ייִדישער ליטעראַטור, פֿילאָלאָגיע און רעדשפּראַך.

אַזוי ווי ס'איז געווען זײַן שטייגער, האָט זיך אונטערגענומען מרדכי שעכטער ע"ה, ממש איינער אַליין אַ גאַנצע אַקאַדעמיע, אויך צונויפֿצוקלײַבן און אַרויסצוגעבן די דעפֿיניטיווע רשימה ייִדישע טאָפּאָנימען. כאָטש אַליין אַדורכפֿירן דעם פּראָיעקט האָט ער נישט דערלעבט, האָט ער דעם ייִוואָ איבערגעלאָזט בירושה זײַן קאַרטאָטעק, וואָס האָט אַרײַנגענומען קנאַפּע זעקס טויזנט נעמען וואָס ער האָט פֿאַרשריבן פֿון מקורים סײַ בעל־פּה, סײַ בכּתבֿ. דעם איצטיקן זוכצעטל ערטערנעמען, א"ט „ייִדיש־לאַנד: לענדער, שטעט, שטעטלעך, טײַכן“, האָט צונויפֿגעשטעלט הערשל גלעזער. צו די אינפֿאָרמאַציעס בײַ שעכטערן אין די קאַרטאָטעקן האָט גלעזער צוגעשעפּט פֿון נײַערע מקורים און פֿון דער אינטערנעץ, בפֿרט אין שײַכות מיט מלוכישע נעמען. שעכטער האָט טאַקע געקליבן ערטערנעמען פֿון דער גאַנצער וועלט, דאָך נעמט דער זוכצעטל אַרײַן אַן ערך דרײַ טויזנט נעמען פֿון מיטל־ און מיזרח־אייראָפּע, ד"ה פֿונעם הײַנטיקן אונגערן, אוקראַיִנע, בעלאַרוס, טשעכײַ, ליטע, לעטלאַנד, מאָלדעווע, סלאַוואַקײַ, עסטלאַנד, עסטרײַך, פּוילן און רומעניע, ווי אויך דעם אייראָפּעיִשן חלק רוסלאַנד. פֿון דעם באַשטייט דער „ייִדיש־שפּראַכיקער שטח (1938)“ ווי ס'האָט אים דעפֿינירט מיכל הערצאָג, ווי אויך די שכנותדיקע לענדער וווּ ס'האָבן זיך געשאַפֿן ייִדישע ערטערנעמען.

אָט דאָס ווערק איז אָ נאָרמאַטיווס אויף וויפֿל ס'לאָזט זיך. די ייִדישע נעמען גיבן מיר איבער קודם־כּל אין דער פֿאָרעם ווי אַזוי ס'האָבן זיי אַרויסגערעדט די אַרטיקע ייִדן, נישט ווי אַזוי ס'איז צום מיינסטן באַקאַנט אין דרוק. כּדי דער לייענער זאָל זיך אָריענטירן אין דעם צוגאַנג ברענגען מיר אַן אויסצוג פֿונעם קאַפּיטל פֿון שעכטערס „לײַטיש מאַמע־לשון“ א"ט „ייִדישע געאָגראַפֿישע נעמען“:

מע פֿאַרשטייט בײַ אונדז נישט, אַז ס'איז אַ סימן אָפּגעלאָזנקייט, ווען מ'איז נישט מטריח צו דערגיין קיין טאָלק, אַז ס'איז אַ פּחיתת־הכּבֿוד פֿאַר דער אייגענער שפּראַך. אַפֿילו ערטער וואָס מע האָט אויף זיי נישט קיין היסטאָרישע תּבֿיעות נישט אַרויסגערוקט האָבן אויך גאַנץ אָפֿט אייגענע נעמען. קיין פּאָליאַק, למשל, וועט די שטעט [ווין און מינכן] נישט רופֿן אַנדערש ווי מיט זייער פּוילישן נאָמען: Wiedeń, Monachium. אַזוי אויך, אַ שטייגער, אין ענגליש — אַנדערלענדישע שטעט, וואָס זיי האָבן ענגלישע נעמען, רופֿט מען תּמיד מיטן ענגלישן נאָמען און נישט מיטן נאָמען, וואָס זיי האָבן אינעם שייכדיקן לאַנד: Cologne, Munich, Vienna, Naples (און נישט Köln, München, Wien, Napoli). ווי קומט עס? זאָלן זיי טאַקע נישט וויסן דעם „ריכטיקן“ נאָמען? וואָס דען, דאָס אייגענע לשון איז זייער לשון און אַזוי־און־אַזוי הייסט דאָס־און־דאָס אויף זייער לשון.

וואָס זשע איז דער ייִדישער נאָמען פֿון אַ וווינאָרט? דער אופֿן ווי די אָרטיקע ייִדיש־רעדערס האָבן אין זייערע נאַטירלעכע רייד זיך נוהג געווען. מיט די רייד פֿון יודל מאַרק: „דער ענין אויסלייג האָט נישט קיין דירעקטע שײַכות צו דער פֿראַגע וועגן ניצן ייִדישע געאָגראַפֿישע נעמען. דאָ דאַרף דער אויסלייג אָפּשפּיגלען ווי אַזוי ייִדן האָבן פֿאַקטיש אָנגערופֿן די שטעט און די לענדער, וווּ זיי האָבן געלעבט. איבער דער טראַדיציע פֿון שריפֿט קומט די מער פֿאַרוואָרצלטע טראַדיציע פֿון ריידן“.

ווי אַזוי ס'זענען בכּלל אויפֿגעקומען ייִדישע ערטערנעמען קען מען איבערגעבן בקיצור מיט די ווערטער פֿון עדוואַרד סטאַנקעוויטשן: „אויב נאָך אַלעמען זענען די ייִדישע ערטערנעמען מיט אַזוי פֿיל אַנדערש פֿון די סלאַווישע ענטפֿערערס איז עס דערפֿאַר וואָס ייִדיש האָט זיי נישט אַנטליגן, נאָר איבערגענומען, איבערגעטײַטשט און צונויפֿגעשמאָלצן מיט זײַנע אַנדערע קאָמפּאָנענטן, וואָס זיי האָבן אַלע דורכגעמאַכט די זעלבע היסטאָרישע אַנטוויקלונג. די היסטאָריע פֿון די ייִדישע ערטערנעמען איז די בעסטע אילוסטראַציע פֿון דעם פּראָצעס, פֿון דער אָנסופֿיקער לינגוויסטישער אײַנגלידערונג און צונויפֿשמעלצונג וואָס האָט באַשטימט די סטרוקטור פֿונעם הײַנטיקן ייִדיש“. מאַמע־לשון האָט זיך זײַנע אייגענע שפּראַכיק־היסטאָרישע כּללים, אין דער פֿאָנאָלאָגיע, מאָרפֿאָלאָגיע און גראַמאַטיק, וואָס מע זעט זיי בולט אינעם קאָרפּוס פֿונעם איצטיקן ווערק. מיט איין וואָרט: ערטערנעמען, בפֿרט די וואָס וואַקסן פֿון סלאַוויש, האָבן זיך צוגעפּאַסט צום ייִדישן מויל. אפֿשר דער בעסטער משל דערפֿון: זשעטל (מערבֿ־רײַסן) — אַ פּנים, אַ פּשרה פֿונעם פּוילישן Zdzięcioł מיטן רײַסישן Dyatlava.

 אין דער ביבליאָגראַפֿיע ווערן אויסגערעכנט די ביזאיצטיקע טאָפּאָנימישע רשימות, ווי אויך ווערק וועגן די פּרינציפּן פֿון ערטערנעמען און דיאַלעקטאָלאָגישע אַרבעטן מיט טאָפּאָנימישע אינפֿאָרמאַציעס. די אַרומנעמיקסטע רשימה איז שלמה בירנבוימס (אויף ענגליש); ס'איז איצט דאָ אין דרוק אַ נײַע, אויסגעבעסערטע אויפֿלאַגע.